דער אייראָפּעיִשער פֿאַראיין בקיצור
שוועדן איז אַ מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין (א"פֿ) זינט 1995. די לענדער פֿונעם א"פֿ קאָאָפּערירן אין פֿאַרשיידענע פֿראַגעס, פֿון וועלכע אַ סך האָבן אַ דירעקטע השפּעה אויף אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן. דאָ ווײַטער קומט אַ קורצע באַשרײַבונג פֿון דעם, מיט וואָס דער א"פֿ פֿאַרנעמט זיך, ווי אַזוי דער א"פֿ נעמט אָן זײַנע באַשלוסן, און ווי דאָס איז משפּיע אויף שוועדן. עס ווערט אויך אַרומגערעדט די פֿראַגע ווי אַזוי איר קענט אַליין ווירקן אויפֿן א"פֿ.
מיטגליג־לענדער
די פֿאַרשיידענע לענדער זענען געוואָרן מיטגלידער אין פֿאַרשיידענע צײַטן:
1952 בעלגיע, פֿראַנקרײַך, איטאַליע, לוקסעמבורג, האָלאַנד, דײַטשלאַנד
1973 דענמאַרק, אירלאַנד, גרויס־בריטאַניע
1981 גריכנלאַנד
1986 פּאָרטוגאַל, שפּאַניע
1995 פֿינלאַנד, שוועדן, עסטרײַך
2004 ציפּערן, עסטלאַנד, לעטלאַנד, ליטע, מאַלטע, פּוילן, סלאָוועניע, סלאָוואַקײַ, טשעכײַ, אונגערן
2007 בולגאַריע, רומעניע
Senast uppdaterad: 2011-05-15